יום ראשון, 30 בנובמבר 2008

WOW

WOW
דאס איז די איינציגסטע ווארט וואס איך קען זאגען. איך האב יעצט גענדיגט אדורכקיקען די איין שעה'איגע אינטערוויו מיט מורנו הגאון ר' ישראל יצחק דומב ני"ו, איך בין נאך אינטער דעם שטארקען רושם, איך בין שטאלץ און נתפעל אז עס איז נאך דא היינטיגע צייטען אזא חכם און עמקן, אזא גייסטיגע ריז און גלייכצייטוג אזא אינטעלעקט צווישען אונז.
עס דערמאנט מיר די ווערטער פון זיין הייליגע רבי, מורנו הקדוש ר' שמעון מזעליכאוו זצוק"ל וואס האט אויף אים מעיד געווען (ס'איז דא בכתב) "שואף לנקודת האמת".
מן הסתם וועלן נישט זיין קיין סאך וואס וועלן פארשטיין די גאנצע שמועס וואס איז כדרכו אויף א גאר עמקות'דיגען אופן, (מען זעט ווי אפילו דער אינטעוויוער האט אפט שוועריקייטען מיטציהאלטען) ובפרט אז עס איז אין א הויכע ענגליש, אבער די וואס פארשטייען וועלן זיך באלעקן די פינגער, עס האט מיר איבערגעלאזט מיט א תשוקה פאר נאך. הלוואי ווען אינזער ארימער דור וואלט געהאט די מעגליכקייט מער נהנה צו זיין מאורו הגדול.
גלייכצייטיג איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי זיין גאנצע רעדן אין געדאנקען אין דעם שמועס איז באווירקט פון ספרי מהר"ל מפראג ז"ל.
די שמועס איז איבער זיין עמקות'דיגע ספר אוף די ענגלישע שפראך The Transformation ער הייבט אן מיט ציוניזם עס גייט גלייך אריין און יסודי יהדות וואס ער איז מסביר מיט א אויסערגעווענליכע בהירות.
אינטערעסאנט איז ווי ביים סוף רעדט ער אז אפילו נניח אז די מדינה איז רעלעטיוו פארזיכערט אין יעצטיגען מצב, צוליב זייער מיליטערישע אויבערהאנט איז אבער נישט דא קיין שכל'דיגע סיבה וואס זאל אפהאלטען די אראבער פון צוקימען צו אזא מצב בהמשך הזמן. עס איז געזאגט געווארען מיט צוואנציג יאר צוריק אין 1990 למספרם. היינט זעט מען ווי חכם עדיף מנביא. ווי קלאר ער האט עס ארויסגעהאט שוין דעמאלס.




קרעדיט Jews against Zionism

3 תגובות:

אנונימי אמר/ה...

שכוח.
דאס איז אן אוצר!

אנונימי אמר/ה...

איך וואלט צוגעלייגט איין נקודה, אז די אלע חולקים אויף אים, פארשטייען ניטאמאל זיינע שיחת חולין.

אנונימי אמר/ה...

אזויפיל כשרונות אין איין מענטש. בליעה"ר, ער איז שוין מן הסתם א זקן היינט.