יום ראשון, 30 בנובמבר 2008

WOW

WOW
דאס איז די איינציגסטע ווארט וואס איך קען זאגען. איך האב יעצט גענדיגט אדורכקיקען די איין שעה'איגע אינטערוויו מיט מורנו הגאון ר' ישראל יצחק דומב ני"ו, איך בין נאך אינטער דעם שטארקען רושם, איך בין שטאלץ און נתפעל אז עס איז נאך דא היינטיגע צייטען אזא חכם און עמקן, אזא גייסטיגע ריז און גלייכצייטוג אזא אינטעלעקט צווישען אונז.
עס דערמאנט מיר די ווערטער פון זיין הייליגע רבי, מורנו הקדוש ר' שמעון מזעליכאוו זצוק"ל וואס האט אויף אים מעיד געווען (ס'איז דא בכתב) "שואף לנקודת האמת".
מן הסתם וועלן נישט זיין קיין סאך וואס וועלן פארשטיין די גאנצע שמועס וואס איז כדרכו אויף א גאר עמקות'דיגען אופן, (מען זעט ווי אפילו דער אינטעוויוער האט אפט שוועריקייטען מיטציהאלטען) ובפרט אז עס איז אין א הויכע ענגליש, אבער די וואס פארשטייען וועלן זיך באלעקן די פינגער, עס האט מיר איבערגעלאזט מיט א תשוקה פאר נאך. הלוואי ווען אינזער ארימער דור וואלט געהאט די מעגליכקייט מער נהנה צו זיין מאורו הגדול.
גלייכצייטיג איז אינטערעסאנט צו באמערקן ווי זיין גאנצע רעדן אין געדאנקען אין דעם שמועס איז באווירקט פון ספרי מהר"ל מפראג ז"ל.
די שמועס איז איבער זיין עמקות'דיגע ספר אוף די ענגלישע שפראך The Transformation ער הייבט אן מיט ציוניזם עס גייט גלייך אריין און יסודי יהדות וואס ער איז מסביר מיט א אויסערגעווענליכע בהירות.
אינטערעסאנט איז ווי ביים סוף רעדט ער אז אפילו נניח אז די מדינה איז רעלעטיוו פארזיכערט אין יעצטיגען מצב, צוליב זייער מיליטערישע אויבערהאנט איז אבער נישט דא קיין שכל'דיגע סיבה וואס זאל אפהאלטען די אראבער פון צוקימען צו אזא מצב בהמשך הזמן. עס איז געזאגט געווארען מיט צוואנציג יאר צוריק אין 1990 למספרם. היינט זעט מען ווי חכם עדיף מנביא. ווי קלאר ער האט עס ארויסגעהאט שוין דעמאלס.




קרעדיט Jews against Zionism

יום שלישי, 18 בנובמבר 2008

פייערוואל סאפטווער ווערט $19.95, היינט פריי!


Zone Alarm Pro וואס קאסט געווענליך $19.95 קען מען היינט דאונלאדען אומזיסט ביז ניין אזייגער. א יאר פרייע אפדעיטס איז אינקלודעד.
די פירמע טיילט עס אוועק היינט צו פייערען זייער 15'טע געבורטסטאג.
די פייערוואל איז די בעסטע אויפן מארק. עס איז א "פי סי מאגאזין בעסט ביי" יעדעס יאר.

http://download.zonealarm.com/bin/free/sum/index.html?c=W100001

יום רביעי, 12 בנובמבר 2008

א ווידעא פון די מערסטע רעאליסטישע ראבאט אין די וועלט

באטראכט זיינע געזוכט אויסדריקען.

יום שני, 10 בנובמבר 2008

וואשינגטאן פאוסט: מיר זענען טאקע געווען איינזייטיג פאר אבאמא...

עס איז שוין נאך די וואלען, יעצט מעג מען שוין אויסזאגען...
העכסט אינטערעסאנט ווי די וואשינגטאן פאוסט האט זיך יעצט דערמאנט. אין א אויספירליכע אנאליז קומט דער שרייבער צו אז יא, מיר זענען טאקע געווען שטארק איינזייטיג, נישט אויסגעפארשט אבאמאס פארגאנגנהייט, אין בכלל נישט צוגערירט צו דזשאו ביידען.

מיר זענען געווען איינזייטיג פאר אבאמא...

זיי זענען נישט די ערשטע, פאליטיקא.קאם האט לעצטענס אויך געהאט א ארטיקעל איבער זייער אייגענע בייעס, זיי האבען האלב גענומען די שילד אויף זיך, און האלב אנגעלייגט אויף די מעקעין קאמפיין.

מיין מיינונג איז, אז נאכדעם וואס עס איז געווארען אזוי אפען אז זיי האבען פארראטען זייער שליחות, ספעציעל נאכדעם וואס די נייטראלע "עקסעלענס אין דזשורנאליסם" האט ארויסגעגעבן א שטודיע אז די מידיע איז געווען גענויגט צו אבאמא, און נאך מער איז זי געווען אנטי מעקעין , האלטען זיי אז עס וועט זיי זייער שאדען בהמשך הזמן, ספעציעל ווען אסאך אבאמא שטיצער וועלן זיך אויסניכטערן און צוריקיקען ווי ווייט אבסעסד די מידיע איז געווען מיט אבאמא, ממש מיט קינדערערישע פראפארציעס, ממילא פרובירען זיי אביסעל דעמעדזש קאנטראל דורך זיך מתוודה זיין אביסל, און די רעשט פארוואסערען.

יום שישי, 7 בנובמבר 2008

איז דאס אפשר קענטליך?






אויב איר האט נישט צוגעטראפען.....
דאס איז פאטאשאפ אין ריעל לייף

יום חמישי, 6 בנובמבר 2008

אפיציעלע "טשעינדש.גאוו" וועבזייטעל


דער אבאמא קוקט אויס צו זיין ווייט פון פארטיג. קוים געווינען, אין שוין גייט ער ווייטער.
היינט האט ער געפענט א אפיציעלע וועבזייטעל "טשעינדש.גאוו".

אויב האט מען געמיינט אז "טשעינדש" (change) איז נאר געווען א קאמפיין סלאגאן, וואס וועט ווערן פארגעסן תיכף דערנאך, האט מען געהאט א טעות, עס איז יעצט די אפיציעלע נאציאנאלע פאליסי.

איינע פון די מאדנע זאכען דארט;
Obama will call on citizens of all ages to serve America, by developing a plan to require 50 hours of community service in middle school and high school and 100 hours of community service in college every year.


זאגט וואס איר ווילט, אבער דער מענטש קוקט אויס פארדעכטיגט. עס וועט מיר נישט זיין קיין סורפרייז אז אין אכט יאר ארום וועט ער פרובירען צו אפשאפן טערם לימיטס צו קענען לויפן נאך אמאל.

http://www.change.gov/