יום שני, 10 בנובמבר 2008

וואשינגטאן פאוסט: מיר זענען טאקע געווען איינזייטיג פאר אבאמא...

עס איז שוין נאך די וואלען, יעצט מעג מען שוין אויסזאגען...
העכסט אינטערעסאנט ווי די וואשינגטאן פאוסט האט זיך יעצט דערמאנט. אין א אויספירליכע אנאליז קומט דער שרייבער צו אז יא, מיר זענען טאקע געווען שטארק איינזייטיג, נישט אויסגעפארשט אבאמאס פארגאנגנהייט, אין בכלל נישט צוגערירט צו דזשאו ביידען.

מיר זענען געווען איינזייטיג פאר אבאמא...

זיי זענען נישט די ערשטע, פאליטיקא.קאם האט לעצטענס אויך געהאט א ארטיקעל איבער זייער אייגענע בייעס, זיי האבען האלב גענומען די שילד אויף זיך, און האלב אנגעלייגט אויף די מעקעין קאמפיין.

מיין מיינונג איז, אז נאכדעם וואס עס איז געווארען אזוי אפען אז זיי האבען פארראטען זייער שליחות, ספעציעל נאכדעם וואס די נייטראלע "עקסעלענס אין דזשורנאליסם" האט ארויסגעגעבן א שטודיע אז די מידיע איז געווען גענויגט צו אבאמא, און נאך מער איז זי געווען אנטי מעקעין , האלטען זיי אז עס וועט זיי זייער שאדען בהמשך הזמן, ספעציעל ווען אסאך אבאמא שטיצער וועלן זיך אויסניכטערן און צוריקיקען ווי ווייט אבסעסד די מידיע איז געווען מיט אבאמא, ממש מיט קינדערערישע פראפארציעס, ממילא פרובירען זיי אביסעל דעמעדזש קאנטראל דורך זיך מתוודה זיין אביסל, און די רעשט פארוואסערען.

אין תגובות: